Загрузка страницы

T. Bikel sings Y. Kerler's עמ ישראל חי

טעאָדאָר ביקעל זינגט דאָס באַקאַנטע ליד "עם ישראל חי!" וואָס יוסף קערלער האָט אָנגעשריבן אין מאָסקווע סוף 1960ער

Theodore Bikel sings the Soviet Jewish refusnik song "Am Yisroel Khay" written by Yosef Kerler in the late 1960s in Moscow. The painting of Moscow jews dancing Hora is by Valery Sonin (Korenblit) of the same period (Moscow 1968).

עם ישראל חי!

אויף צו להכאיס אַלע שונאים
לאָמיר פראַנק־און־פריי,
לאָמיר זינגען מיט כוונה
אונדזער לידל "חי!"

חי, חי --
גייען זיי אין דרערד אַריין!
חי, חי --
פריילעך זאָל ביי יידן זיין!
אויף צו להכאיס אַלע שונאים --
עם ישראל חי!

אונדזער שיינער, ווייטער שטערן
שיינט אונגז פון דער פריי --
זאָל מען וויסן, זאָל מען הערן
ווי מיר זינגען "חי!"

חי, חי --
גייען זיי אין דרערד אַריין!
חי, חי --
פריילעך זאָל ביי יידן זיין!
אויף צו להכאיס אַלע שונאים --
עם ישראל חי!

אַ מיר וועלן איבערלעבן,
אַלץ איז דאָך כדאי
און קיין ארץ, וואוהין מיר שטרעבן,
קומען סיי־ווי־סיי!

חי, חי --
גייען זיי אין דרערד אַריין!
חי, חי --
פריילעך זאָל ביי יידן זיין!
אויף צעפּיקעניש די פאָניעס --
עם ישראל חי!

Видео T. Bikel sings Y. Kerler's עמ ישראל חי канала kalabusha
Показать
Комментарии отсутствуют
Введите заголовок:

Введите адрес ссылки:

Введите адрес видео с YouTube:

Зарегистрируйтесь или войдите с
Информация о видео
15 января 2012 г. 11:13:00
00:03:01
Яндекс.Метрика