Загрузка страницы

"In Pariz" - Yiddish version of the famous French song by Francis Lemarque "À Paris"

Vocals - Vira Lozinsky
Arrangement, Piano, Accordion, Video editing: Iliya Magalnyk
Yiddish Text - Michael Felsenbaum
#aparis #yiddish #yvesmontand
Yiddish lyrics:
:ערשטער פסוק
אין פּאַריז
בליט די ליבע, און פֿליט
האַרץ צו האַרץ, ליד צו ליד,
און דער טרױם װײנט און לאַכט
יעדן טאָג, יעדע נאַכט
אין פּאַריז.

פֿרילינג־צײַט
קומט צו פֿליִען געשװינד
און ס'צעטאַנצט זיך דער װינט
אױף די דעכער, אין טרױם,
אין אַ נעסט אױפֿן בױם,
אין פּאַריז.

טאַנצט דער װינט
אינעם פֿרילינג־פּאַריז,
אין דער לופֿט, – שאַרף און זיס, –
אין די פּאַרקן און שענק,
אױף דער גראָז, אױף די בענק
אין פּאַריז.

און די זון
קוקט מיט שמײכל אַרײַן
אין אַ גלעזעלע װײַן,
און צעשפּילט זיך און טאַנצט
אױף די געסלעך, אין גלאַנץ
פֿון פּאַריז.

רעפֿרען :
אַ שפּאַציר, – האַנט אין האַנט,
און די הערצער – בײַנאַנד....
און געבליבן ער איז
אַלץ דער זעלבער פּאַריז.

:צווייטע פסוק -צוויי מאָל
אין קאַפֿע
אױפֿן באַרג מאָנפּאַרנאַס,
גלײַך אין מיטן דער גאַס,
שפּילט און שפּילט מאָנאָטאָן
ד'אַלטער אַקאָרדעאָן,
אין קאַפֿע.

אױפֿן טײַך
ליגט לבֿנה פֿאַרטראַכט,
טאַנצן שיפֿלעך בײַ נאַכט,
זיצן פּאָרלעך בײַנאַנד
אינעם גליקלעכן לאַנד
בײַ דעם טײַך.

און בײַ נאַכט
אױף דער ייִדישער בריק
מיט אַ טרױם אין זײַן בליק
זיצט אַ יאַט נע־ונד
מיט פּאַריז פּאַניבראַט,
יעדע נאַכט.

אין פּאַריז
פֿליט מײַן ליבע, און בליט
װי אַ טרױם אינעם ליד,
און דאָס האַרץ זינגט און לאַכט
יעדן טאָג, יעדע נאַכט
אין פּאַריז.

רעפֿרען :
אין פּאַריז, – האַנט אין האַנט,
און די הערצער – בײַנאַנד....
אױף דער גאַס, בײַ דעם טײַך
ס'בליט דאָס לאַנד "ליבערײַך",
ס'איז אַ פֿרײלעכע בריק
פֿון אַ שּׂימחה צו גליק,
װי אַ ליבע־קאַפּריז,
אײביק יונג איז פּאַריז.
אײביק יונג. אײביק יונג.
מײַן פּאַריז

Видео "In Pariz" - Yiddish version of the famous French song by Francis Lemarque "À Paris" канала iliya magalnyk
Показать
Комментарии отсутствуют
Введите заголовок:

Введите адрес ссылки:

Введите адрес видео с YouTube:

Зарегистрируйтесь или войдите с
Информация о видео
22 июня 2020 г. 23:36:25
00:03:33
Яндекс.Метрика